באריכט: אייראפע פארנאכלעסיגט האלאקאוסט רעסטיטוציע


אייראפע - א באריכט וועלכע איז נעכטן ערשינען אין ״פאקס ניוז״ צייגט אז א מערהייט אייראפעאישע לענדער, ספעציפיש מזרח אייראפעאישע לענדער, האבן דערווייל נאכנישט אויסגעפירט זייערע פארשפרעכונגען צוריקצוגעבן אלע פראפערטיס און נכסים וואס זייערע רעגירונגען האבן פארכאפט פון אידישע אייגנטימער אין לויף פון דער קריג.

דער באריכט זאגט, אז ווען עס קומט צו די אישו, זענען פוילן און באסניע די ערגסטע, און אויף דער ליסטע זענען אויך אויסגערעכנט טשעכיי, דענמארק, עסטאניע, ליטע, לוקסעמבורג, מאנטענעגרא און סלאוואניע.

די לענדער לאטוויע און קראאטיע ווערן ספעציפיש ארויסגעהויבן פאר׳ן דערווייל נאך ניטאמאל האבן צוריקגעגעבן אידישע קהילה געביידעס, א שטייגער ווי בתי מדרשים און די לאקאלע אידיש-געפירטע שפיטעלער, צו אידישע הענט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל