פראצעס איבער כשר׳ע גראסערי אטאקע אין פראנקרייך


פאריז - אין די יעצטיגע טעג האט זיך אנגעהויבן דער פראצעס קעגן א גרופע פארשוינען וועלכע זענען געווען מיטגלידער אין א לאקאלע פראנצויזישע זשיהאדיסטישע באנדע וועלכע האט דורכגעפירט א גראנאט באמבארדירונג אטאקע קעגן א אידישע גראסערי אין פראנקרייך.

די אטאקע האט פאסירט אין סעפטעמבער יאר 12׳, ווען 2 פארשוינען האבן אריינגעשאסן א גראנאט באמבע אין די ״נאורי״ סופערמארקעט אין סארסעל, אינדרויסן פונעם הויפטשטאט פאריז, און בחסדי ה׳ איז נאר איינער פארוואונדעט געווארן. אין די 2 יאר נאך דער אטאקע, האבן פאליציי סוקסעספול ארעסטירט מער ווי צוואנציג מיטגלידער פון א לאקאלער זשיהאד באנדע וואס איז געשטאנען אונטער דער אטאקע, און אין די טעג האט זיך אנגעהויבן דער פראצעס קעגן די 20.

פראקורארן זאגן אז דער טעראריסט, אמאדי קוליבאלי, וועלכער האט דורכגעפירט די אטאקע מיט 2 יאר צוריק אויפן הייפער קאושער סופערמארקעט, מיט 4 אידישע קרבנות הי״ד, איז אינספירירט געווארן דורך דער גרופע.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל