NAFTA


אטאווע - אין דער צייט וואס אין וואשינגטאן איז מען פארנומען צו פארמיידן די פעדעראלע רעגירונג פון זיך פארשליסן צוליב א בודזשעט דורכפאל, קאכט זיך פונעם הונטערגרונט א פולקאמע האנדלס קריג צווישן אמעריקע און מעקסיקא און קאנאדע, די דריי מיטגלידער פון נאטא.

טראמפ האט אנגעהויבן קריטיקירן קאנאדע, ערשטנס זאגנדיג אז קאנאדע שטעלט ארויף שווערע שטייערן אויף מילכיגע פראדוקטן וואס אמעריקאנער פירמעס עקספארטירן קיין קאנאדע, ווייל די קאנאדישע רעגירונג וויל אז קאנאדישע מילכיגס זאל זיין דאס ביליגסטע אין די ארטיגע געשעפטן, און דערנאך נעכטן מיטן זאגן אז אמעריקע וועט ארויפשטעלן שווערע שטייערן אויף האלץ-לאמבער פראדוקטן וואס קאנאדישע פירמעס עקספארטירן קיין אמעריקע, אלס נקמה פאר קאנאדע׳ס מילכיגע שטיק.

קאנאדע׳ס פרעמיער, דזשאסטין טרודא, זאגט אז ער וועט העפטיג פארטיידיגן קאנאדע׳ס אינטערעסן און זיך נישט לאזן פון טראמפ.

נעכטן האט מען אויך געהערט אז די ״וועלט האנדל ארגאניזאציע״ האט געאורטיילט אז מעקסיקא קען ארויפלייגן סאנקציעס אין ווערד פון 163 מיליאן דאלער א יאר אויף אמעריקע, נאכדעם וואס אמעריקע האט פאלש באשולדיגט מעקסיקאנער פישערלייט אין נישט אויספאלגן האנדלס רעגולאציעס.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל