פּיאנגיענג - די קאמוניסטישע צפון קארעא האט נעכטן אפגעצייכנט דעם 85׳סטן יארטאג פונעם גרינדונג פון זייער מיליטער, און דאס ארטיגע מיליטער האט דורכגעפירט א מאסיווע פאָרשטעלונג פון לעבעדיגע ארטילערי שיסערייען, צו צייגן זייער ארסענאל און מאכט.

דאס דעמאנסטרירן אזויפיל וואפנס איז אויפגענומען געווארן מיט זארג דורך דער מערב וועלט, אבער מען האט אמווייניגסטנס אפגעאטעמט אז זי האט נישט דורכגעפירט קיין נוקלעארן וואפנס טעסט אדער נאך א מיסיל טעסט. אין דער זעלבער צייט פון די ארטילערי שיסערייען דורך דעם קאמוניסטישן רעזשים, איז דער אמעריקאנער ״יו-עס-עס מישיגען״ סובמארין אנגעקומען צו די בארטנס גאר נאענט צו צפון קארעא, וואס דער סובמארין קען טראגן אויף זיך נוקלעארע מיסילס, און דאס איז געווען א קלארער מעסעדזש צו צפון קארעא אז אמעריקע וועט נישט בלייבן שטיל איבער זייערע פּראוואקאציעס.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל