פראנקרייך – שטודירער עליסאן קריסטשענס האט נעכטן פובליצירט אן אינטערעסאנטן באריכט, וועלכע באטראכט וויפיל עס קאסט צו קריגן בירגערשאפט אדער וואוינונג רעכטן אין פארשידענע לענדער איבער דער וועלט.

דער באריכט האט זיך קאנצענטרירט נישט אויף וויפיל עס קאסט פאר פשוט'ע מענטשן די געווענליכע בירגערשאפט פראצעדורן, נאר די ספעציעלע פראגראמען וואס פילע לענדער פארמאגן אז מען קען באקומען בירגערשאפט אדער וואוינונג רעכטן אויב אינוועסטירט מען געלטער אין לאקאלע ביזנעסער, וואס מיליאנערן נוצן אויס די פראגראמען זיך אנצוזאמלען בירגערשאפטן אין וואס מער לענדער.

פראנקרייך איז די טייערסטע, ווייל זי פארלאנגט 10.6 מיליאן דאלער אינוועסטמענטס אויב וויל מען קריגן בירגערשאפט; רוסלאנד איז נומער צוויי, מיט א פארלאנג פון 9 מיליאן דאלער אינוועסטמענטס. אין אמעריקע דארף מען אינוועסטירן א האלב מיליאן דאלער צו קריגן וואוינונג רעכטן, און פאנאמא און פאראגוויי קומען אריין די ביליגסטע, ווען מען דארף נאר אינוועסטירן 5 טויזנט דאלער צו ווערן דארטן א בירגער.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל