אלבאני – עטליכע גרופעס, אריינגערעכנט די דעמאקראטישע קאנגרעסיאנאלע דעלעגאציע פון ניו יארק, האבן לעצטנס אנגעהויבן לייגן דרוק אויף דער "אינדעפענדענט קאנפרענץ" אינעם ניו יארק סטעיט סענאט (וועלכע באשטייט פון א גרופע דעמאקראטישע סטעיט סענאטארן וועלכע שטימען מיט די רעפובליקאנער, און דעריבער געבן זיי קאנטראל פונעם סטעיט סענאט פאר די רעפובליקאנער, טראץ וואס די דעמאקראטן האבן פאקטיש א מערהייט פון זיצן אינעם סטעיט סענאט), זיי זאלן זיך צוריק אנשליסן מיט די דעמאקראטן און דערמיט ענדיגן די רעפובליקאנער קאנטראל פונעם סטעיט סענאט. אין די לעצטע טעג האט מען געהערט פון סטעיט סענאטאר ר' שמחה פעלדער, א מיטגליד אין דער ספעציעלער "אינדיפענדענט קאנפערענץ", אז ער איז גרייט זיך צוריק אנצושליסן מיט די דעמאקראטן, אויב די איבריגע מיטגלידער פון דער קאנפערענץ וועלן טאן דאס זעלביגע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל