טעקסאס. – די טאיאטע קאר פירמע זאגט אז זי איז שטארק צופרידן פון איר נייעם סיענע פון מאדעל יאר 17', וואס איז היבש פארבעסערט געווארן, דער מאטאר האט מער קראפט און עס שפארט גאזאלין. די סיענע איז א רעקאמענדירטער קויף פונעם קאנסומער ריפארטס פובליקאציע, און איר שטארקייט און איר נישט דארפן אנקומען צו ריפעירס איז א פינף-שטערנדיגער. דער 17' סיענע קומט מיט זיבן אדער אכט זיצן, עס האט אויך באקומען א פינף רעיטינג פון דער פעדעראלער רעגירונג איבער שוץ פאר די אקופאנטן אין פאל פון אן עקסידענט. דער אנהויב פרייז פאר דער ביליגסטער ווערסיע איז ביי 30,710, מיט 960 דאלאר מער ווי די ביליגסטע ווערסיע פונעם 16' מאדעל. א 17' סיענע מיט אלל-וויל-דרייוו איז ביי אן אנהויב פרייז פון 36,040 דאלאר.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל