בית לחם - דורכאויס זיין באַזוך אין מדינת ישראל האָט דער פּרעזידענט אויך באַזוכט אין בית לחם ווי ער האָט זיך געטראָפן מיט׳ן פּאַלעסטינער פּרעזידענט מוכאַמאַד אַבאַס. אָפיציעל איז די באַגעגעניש געווען אַ סוקסעס. די צוויי פירער האָבן זיך וואַרעם באַגריסט פאָרנט פון די קאַמערעס, און האָבן געגעבן אַ געמיינזאַמע פּרעסע קאָנפערענץ. אָבער אין די מדינת ישראל פּרעסע איז געוואָרן אויפגעדעקט אַז אונטער די קוליסן פון די באַזוך אין בית לחם איז די סיטואַציע געווען גאָר אָנגעצויגן, און פּרעזידענט טראָמפּ האָט אייגנטליך אָנגעשריגן דעם פּאַלעסטינער פּרעזידענט און אים באַשולדיגט אין ליגנט זאָגן.

לויט די באַריכט - וועלכע קומט פון קוועלער אינערהאַלב די אַדמינסטראַציע וועלכע זענען געווען אָנוועזנד ביי די באַזוך - האָט פּרעזידענט טראָמפּ אין אַן אויפגערעגטע טאָן געזאָגט פאַר׳ן פּאַלעסטינער פּרעזידענט, ״דו האָסט מיך אויסגעפאָפּט אין וואַשינגטאָן״, און דערביי זיך באַצויגן צו דעם וואָס דער פּאַלעסטינער פּרעזידענט האָט פאַרשפּראָכן פאַרן פּרעזידענט אין וואַשינגטאָן אַז די פּאַלעסטינער אויטאָריטעט טוט אַלעס וואָס מעגליך צו איינצוימן טעראָר און ברענגען שלום. דער פּרעזידענט האָט געזאָגט פאַר אַבאַס אַז די ישראלדיגע באַאַמטע האָבן אים געצייגט אַפיציעלע לערן מאַטריאל פון די פּאַלעסטינער אויטאָריטעט אין וועלכע עס ווערט געלערנט העסליכע זאַכן קעגן אידן, און טעראָריזם ווערט אויסגעלויבט.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל