מאָסקווע - מאַכטפולע שטורעמס רייסן דורך די רוסישע הויפּטשטאָט מאָסקווע; אַ שטורעם וועלכע האָט אומגעוואָרפן הונדערטער ביימער און געשעדיגט געביידעס. די ווינטן פון איבער 70 מייל אַ שטונדע האָבן אויך געשעדיגט די עלעקטעריק דראָנטן וועלכע לויפן איבער די גאַסן און פאַראורזאַכט שווערע קורצשלוסן פאַר טויזנטער היימען. דערווייל זענען באַריכטעט געווארן 11 פאַטאַליטעטן, די מערהייט פון זיי זענען אומגעקומען פון ברוכוואַרג אָדער ביימער וועלכע זענען אַרויפגעפאַלן אויף זיי. אויך זענען פאַרהאַן אַרום 80 פאַרוואונדעטע. די גרויסע צאל פאַטאַליטעטן שטעלט דאָס אַלס די טויטליכסטע שטורעם וואָס די שטאָט האָט געזען אין די לעצטע 100 יאָר.








קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל