טעהראַן - איבראַהים ראַסי, דער עקסטרעם רעליגיעזער קאַנדידאַט וועלכער האָט זיך פאַרמאָסטן קעגן דעם אַמטירנדן פּרעזידענט כאַסאַן רוכאַני אין די לעצטע וואַלן - וועלכע זענען אָפּגעהאַלטן געוואָרן מיט צוויי וואָכן צוריק - איז אַרויסגעקומען מיט אַ באַשולדיגונג אַז רוכאַני האָט זיך באַנוצט מיט אומלעגאַלע טאַקטיקן צו שווינדלן די וואַלן, און גערופען פאַר אַ זעלבסטענדיגע אויספאָרשונג איבער די וואַלן, אין וועלכע די מעסיגע פּאַרטייען האָבן גענאָסן פון שטאַרקע געווינסן.

לויט די באַשולדיגונג פון ראַסי האָט די רעגירונג נישט געשיקט קיין שטים צעטליך צו געגענטער אין וועלכע ראַסי געניסט פון שטאַרקע שטיצע, און האָבן באַגרעניצט די שעות וואָס מען קען וויילן אין הונדערטער שטים בודקעס ווי ראַסי האָט געהאַט אַ אויבערהאַנט.

דערווייל שטייט אויך רוכאַני אויס דרוק פון פולע ליבעראַלן וועלכע האָבן געוועלט פאַר אים אַז ער זאל איינהאלטן זיינע צוזאָגן וועלכע ער האָט פאַרשפראָכן פאַר די וואַלן, וועלכע רעכנט אַריין צו באַפרייען עטליכע אָפּאָזיציע פירער וועלכע זיצן שוין לאַנגע יאָרן אין טורמע, אַריינגערעכנט דער געוועזענער פּרעזידענטליכע קאַנדידאט חוסעין מוסאויי, אֶ פּראָגרעסיווע פירער וועלכער איז געשטאַנען אין שפּיץ פון די מאַסיווע פּראָטעסטן אין 2011, און דערווייל האָט אים רוכאַני נאָכנישט באַפרייט.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל