באַנגלאַדעש - אויטאָריטעטן אין באַנגלאַדעש האָבן אַרויסגעלייגט אַ וואָרנונג צו אַלע אירע איינוואוינער וועלכע וואוינען ביי די געגענט נעבן די ים, זיך צו עוועקואירן צוליב אַ אָנקומענדע ציקלאָן שטורעם. די רעגירונג האָט געזאָגט אַז היי יאָר ערוואַרטעט מען אַ גאָר שווערע סעזאָן, און די שטורעם וועלכע איז ערוואַרטעט צו לאַנדען דינסטאָג אינדערפרי וועט וואַרשיינליך ברענגען אַרום 5 פוס פון פאַרפלייצונגען אין די נידריגע ערטער. די אָרימע הייזער פון באַנגלאַדעש ליידן גאָר שטאַרק פון אַזעלכע שטורעמס און עס קען קאָסטן פולע פאַטאַליטעטן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל