פּאַריז - דער ניי ערוויילטער פּרעזידענט פון פראַנקייך עממאַנועל מאַקראָן האָט היינט אויפגענומען דעם רוסישן פּרעזידענט פּוטין אין די פּרעזידענטליכע פּאַלאַץ אין ווערסאי, ווי די צוויי האָבן געהאַט געשפּרעכן וועלכע מאַקראָן האָט אָנגערופן ״ערנסט און אָפן״, ווי עס איז דיסקוטירט געוואָרן וויאַזוי צו באַנייען די באַציאונגען צווישן די צוויי לענדער טראָץ די פולע מיינונגס  פאַרשידנהייטן, און טראָץ די פרואוון פון די קרעמלין צו שעדיגן מאַקראָן׳ס שאַנסן צו געווינען דורכאויס די לעצטע וואַלן.

מאַקראָן האָט עפנטליך באַשולדיגט רוסלאַנד אין זיך אַריינמישן אין די פראַנצויזישע וואַלן, אַ באַשולדיגונג וועלכע פּוטין האָט היינט עפנטליך אָפּגעוואָרפן זאָגנדיג אַז רוסלאַנד זוכט נישט זיך צו אַריינמישן אין פרעמדע לענדער, און האָט אויך נישט די מעגליכקייט דאָס צו טון.

מאַקראָן האָט געזאָגט אַז ער איז אָפן צו נייע געדאַנקען ווען עס קומט צו די דיפּלאָמאַטישע באַציאונגען צווישן די צוויי לענדער וואָס איז געווען גאָר אָנגעשטרענגט אין די לעצטע יארן, ספּעציעל זינט די רוסישע אינוואַזיע אין אוקריינע, און די פראַנצויזישע סאַנקציעס וועלכע האָבן נאָכגעפאָלגט. מאַקראָן האָט סיגנאַליזירט גרייטקייט צו נאָכלאָזן מיט די סאַקנציעס און שליסן מער עקאָנאָמישע אָפּמאַכן מיט רוסלאַנד, אָבער אין די זעלבע צייט זוכט ער מער בויגזאמקייט פון מאָסקווע ווען עס קומט צו די סירישע קריזיס.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל