ירושלים - ליידער הערט מען נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל פון ענליכע פעלער. די זעלבע סצענע שפּילט זיך איבער. עס קומט אַ פיפיגער חברה׳מאַן מיט אַ געשליפענע צינגל און טראָגט אָן פאַר נאַיווע אידן אַ ״גאָלדענע געשעפט״ וואָס מען ״טאָר נישט״ אָפּזאָגן. די רווחים זענען ביזן הימעל קעגן די מינימאַלע אינוועסטירונג, און אַזוי פאַלט מען אַריין אין זאַק, ביז מען זעהט אַז עס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, און מען איז געפאַלן אַ קרבן צו אַ ביליגע שווינדלער. עס איז אַ ערשיינונג אין די גאַנצע וועלט אָבער ליידער מאַכט זיך עס גאַנץ אָפט ביי היימישע אידן, ווען צינישע שווינדלער נוצן אויס די נאַטורליכע צוטרוי וועלכע מען האָט צווישן אידן צו אַריינ'נער׳ן קרבנות אין זאַק אַריין.

אין ירושלים טומעלט זיך אַצינד פון אַזאַ פאַל. ליידער אויף אַ גאָר גרויסע פאַרנעם. אַן אַזוי-גערופענער ״עסקן״ האָט אויסגענוצט זיין כאַריזמע און טויגליכקייט צו באַרויבן צענדליגע הייימישע אידן וואָס זענען געבליבן איבערנאַכט ביטערע בעלי חוב און רייסן זיך די האָר פון קאָפּ. עס האַנדלט זיך פון אַן ״עסקן״ וועלכער האָט אָנגעטראָגן פאַר אידן וועלכע האָבן געהאַט פינאַנציעלע שוועריגקייטן און זיי אָנגעטראָגן צו ״העלפן״ מיטן קויפן הייזער צו אינוועסטירן. ער האָט צוגעזאָגט צו טרעפן הייזער פאַר ביליגע פרייזן וואָס ברענגן אַריין גרויסע רווחים, און אזוי אַרום אַרויסגעשלעפּט צענדליגע טויזנטער דאָלער פון פאַמיליעס וועלכע זענען נישט געבענטשט געוואָרן מיט רייכקייט.

דער פּאַרשוין האָט באַוויזן עטליכע יאָר צו אַרומדרייען צענדליגע מענטשן מיט ליגנסט און שטיק, און זיי צוגעזאָגט אַז עס איז נאָר דא ״מינדערוויכטיגע״ פּראָבלעמען און ביז אַפּאָר וואָכן וועט אַלעס זיין מסודר. אין די לעצטע וואָכן איז די פרשה אויפגעדעקט געווארן דורך די חרדי׳שע פּרעסע אין מדינת ישראל, און צענדליגע מענטשן האָבן זיך געפונען איבערנאַכט אָן קיין ברויט און מיט חובות. דער פּאַרשוין זיצט יעצט אין טורמע און איז ערוואַרטעט צו ווערן אָנגעקלאָגט אויף זיינע פאַרברעכנס. די פרשה דינט אַלס דערמאַנונג אַז מען טאָר קיינמאָל נישט שליסן קיין געשעפט אָן זיין זיכער אַז מען האָט די פולע לעגאַלע רעכטן און מען ווייסט קלאָר אין וואָס מען גייט אַריין.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל