קאַראַרקאַס -  די אָפּאָזיציע פירער אין ווענעזועלע האָבן אַרויסגעשטעלט אַ שאַרפע פאַרדאַמונג קעגן די אַמעריקאַנער פינאַנציעלע פירמע גאָלדמאַן סאַקס צוליב דעם וואָס זיי שטעלן צו פינאַנציעלע הילף פאַר דעם דיקטאַטור ניקאָלעס מאָדורע. דאָס קומט נאָכדעם וואָס אַ באַריכט צייגט אַז די פירמע האָט געקויפט 2.5 ביליאָן דאָלער ווערד אין באָנדס פון די לאַנד. די פירמע האָט דערמיט געמאַכט אַ גאָר געלונגענע אינוועסטירונג אין אַ לאַנד וואָס איז גאָר רייך אין אויל, און אירע באָנדס זענען יעצט כמעט ווערלאָז און האָבן באַקומען די באָנדס פאַר 31 צענט אויפן דאָלער פאַר אַרום 851 מיליאָן דאָלער. אָבער די אָפּאָזיציע זאָגט אַז דאָס טוט שטיצן די רעזשים און פאַרזיכערט איר עקזיסטענץ. די הויפּט פון די דעמאָקראַטיש-ערוויילטע קאָנגרעס זאָגט אַז די טראַנזאַקציע איז ״אומלעגאַל״ וויבאַלד רי רעזשים טוט נישט פאַרטרעטן דאָס פאָלק און טוט באַרויבן די נאַציאַנאַלע רייכטהום, און האָט גערופן פאַר אַ אינטערנאַציאַנאַלע פּראָטעסט קעגן דעם באנק פאַרן קאָלאַבערירן מיט די מערדערישע רעזשים.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל