ניו יארק – די פאליציי אין מאנהעטן זוכט ארום א שווינדלער וועלכער פארט ארום מיט א סקוטער זיך פארשטעלנדיג אלס א פאליציי אפיציר און באקומט ארויס געלט פון מענטשן. דער לעצטער אינצידענט האט פאסירט פארגאנגענע וואך אין מאנהעטן, ווען ער האט אפגעשטעלט א 45 יעריגן דרייווער פון קווינס וואס איז אריינגעפארן אין דער פארקערטער ריכטונג אויף א גאס אין דאונטאון. יענער האט אים אפגעשטעלט פארלאנגנדיג זיין לייסענס, און אים געסטראשעט צו געבן א טיקעט אדער ארעסטירן, וואס ער קען אויסמיידן אויב ער גיט אים 200 דאלאר. די פאליציי האט געזאגט, אז דער שווינדלער איז נישט געווען געקליידעט אין א פאליצייאישן מונדיר און נישט געהאט קיין בעדזש.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל