וואשינגטאן – א באריכט פון אמעריקאנער קאנטער טעראריזם עקספערטן זאגט אז די פעדעראלע רעגירונג דארף אונטערנעמען פרישע שריט צו טרענירן פאליציי אפיצירן איבערן לאנד, וויאזוי צו רעאגירן צו א משכונות סיטואציע אדער טעראר אטאקע. דער באריכט איז צוזאמגעשטעלט געווארן דורך פראפעסארן אין דער וועסט פוינט מיליטערישע אקאדעמיע, און זיי האבן שטודירט בעיקר די טעראר אטאקע וואס האט פאסירט פאראיאר זומער ביי א פארזאמלונגס צענטער אין ארלאנדא, פלארידע, וואו דער טעראריסט אומאר מאטין האט אומגעברענגט 49 מענטשן. די פראפעסארן זאגן אז יענע אטאקע האט געצייגט די וויכטיגקייט פון טרענירן אויך פשוט'ע פאטראל פאליציי אפיצירן אין קאנטער טעראריזם טאקטיקן, ווייל די סארט אפיצירו זענען געווענליך די וואס קומען אן די ערשטע צו אזעלכע סצענעס, בעפאר די ספעציעל טרענירטע סוואט אפיצירן, און אויב די פשוט'ע אפיצירן זענען נישט גוט טרענירט, קען דאס נאר פארערגערן א טעראר סיטואציע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל