וואשינגטאן – דער אמעריקאנער היימלאנד זיכערהייט סעקרעטאר, דזשאן קעלי, האט נעכטן געזאגט אז מען באטראכט די מעגליכקייט פון אויסברייטערן דעם לעפטאפ פארבאט אויף אלע אינטערנאציאנאלע פליגערס, וואס ביז יעצט איז דער פארבאט נאר אויף פליגערס וועלכע קומען אריין פון אן ענגע צאל מיטל מזרח לענדער, צוליב'ן געפאר אז טעראריסטן וועלכע זענען דארטן סטאנציאנירט, וועלן זוכן ארויפצושטעלן א לעפטאפ באמבע אויף א פליגער וואס קומט קיין אמעריקע. סעקרעטאר קעלי האט געזאגט אז שפיאנאזש אינפארמאציע צייגט אז טעראריסטן האבן נאך אלץ נישט אויפגעגעבן אויף זייער פאנטאזיע דורכצופירן נאך א מאסיווע טעראר אטאקע אויף א פליגער, א שטייגער ווי די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס, און דעריבער קען מען נישט נעמען פאר לייכט די זיכערהייט אישוס ווען עס קומט צו פליגערס.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל