וואשינגטאן – די עף-בי-איי האט נעכטן באשטעטיגט אז זי פירט אן די אויספארשונג איבער אן אינצידענט וואס א פארשוין האט געשטאכן 2 מענטשן צום טויט נאכדעם וואס די 2 האבן פרובירט אים אפצושטעלן פון טשעפען א גרופע מוסולמענער גלויביגע. דער אינצידענט האט פאסירט אויף א באן אין פארטלענד, ארעגאן וואו דער פארשוין דזשערעמי דזשאוסעף קריסטשען איז ארויפגעקומען, און ווי נאר ער האט באמערקט עטליכע מוסולמענער אויף דער באן, האט ער זיך גענומען שרייען ראסיסטישע און אנטי-מוסולמענער לאזונגען. צוויי פאסאזשירן האבן זיך אויפגעשטעלט און פרובירט צו בארואיגן קריסטשען, אבער ער האט דאן ארויסגענומען א מעסער און געשטאכן די 2 צום טויט. די פאליציי זאגן אז קריסטשען האט א לאנגע קרימינאלע היסטאריע, אריינגערעכנט ראסיזם און עקסטרעמיסטישע אטאקעס.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל