וואשינגטאן – קוועלער אינערהאלב דער טראמפ אדמיניסטראציע באריכטן, אז פרעזידענט טראמפ האט שוין באשלאסן אז ער וועט מעלדן אז אמעריקע ציט זיך ארויס פונעם "פאריז אפמאך" איבער דער אישו פון "קלימאט טויש". דער אפמאך איז געשלאסן געווארן צווישן נאענט צו 150 לענדער ביי א ספעציעלן סאמיט אין פאריז מיט צוויי יאר צוריק, וואו דער דעמאלטדיגער פרעזידענט באראק אבאמא האט אנגעשלאסן אמעריקע אלס טייל פונעם אפמאך, וועלכע רופט לענדער צו שניידן די מאס פּאלושען און שעדליכע גאזן וואס מ'גיט ארויס דורך מאשינעריי, אויטאס א.ד.ג., אבער טראמפ האט אין לויף פונעם קאמפיין נאכאנאנד פארשפראכן אז ער וועט ארויסציען אמעריקע פונעם אפמאך, און נעכטן האט ער געשריבן א מעסעדזש אויף טוויטער אז ער גייט אט באשליסן אין די נאענטע טעג, צי מען זאל ארויסציען אמעריקע פונעם אפמאך אדער נישט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל