וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן פארברענגט זיין ערשטן אינדערפרי צוריק אין וואשינגטאן נאך זיין רייזע קיין אויסלאנד, און גלייך האט ער זיך גענומען צו "טוויטער", ארויסשיקנדיג א סעריע מעסעדזשעס. ערשטנס האט ער ארויסגעהויבן דעם "געוואלדיגן זיג" וואס די רעפובליקאנער האבן אפגעהאלטן אין מאנטענא, וואו דער שלעגער גרעג זשיאפארטעי איז אריינגעקומען דער געווינער פונעם ליידיגן קאנגרעס זיץ. דערנאך האט ער געשיקט עטליכע מעסעדזשעס, אטאקירנדיג די פרישע באריכטן אין דער מידיא, שרייבנדיג אז דאס וואס די מידיא באריכטעט אז "קוועלער זאגן", קען צומאל זיין אז עס זענען בכלל נישטא קיין קוועלער, נאר די "פאלשע נייעס" מידיא באקט דאס אליינס אויף. טראץ וואס טראמפ האט נישט געשריבן ספעציפיש, קומט זיין אטאקע קעגן דער מידיא אין דער זעלבער צייט וואס זיין איידעם דזשעראד קושנער איז אונטער נאכאנאנדיגער אטאקע דורך דער מידיא פאר אויפדעקונגען אז ער האט געפירט געהיימע געשפרעכן מיט די רוסן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל