מאנטענא – אנטיסעמיטישע אקטיוויסטן דרוקן אויס גרויס צופרידנהייט איבער דעם וואס דער רעפובליקאנער ערוויילטער קאנגרעסמאן, גרעג דזשיאפארטעי, האט אטאקירט און געשלאגן א אידישן רעפארטער. דער אינצידענט האט פאסירט פאריגע וואך מיטוואך נאכט ווען דזשיאפארטעי האט אראפגעשליידערט אויף דער ערד דעם אידישן רעפארטער בען דזשעיקאבס. עס איז נישטא קיין שום באווייזן אז דזשיאפארטעי האט געוואוסט אז דזשעיקאבס איז אידיש, אבער דאך טוען פארשידענע עקסטרעם רעכטע און אנטיסעמיטישע אקטיוויסטן אויסלויבן דזשיאפארטעי, זאגנדיג אז ער האט באוויזן צו שלאגן א אידישן רעפארטער, וועלכער איז טייל פון דער אידיש-קאנטראלירטער אמעריקאנער מידיא.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל