ראקלענד קאונטי – דער פאטער פונעם ישיבה בחור וועלכער איז שווער פארוואונדעט געווארן פון א קאר עקסידענט פאראיאר זומער נעבן מאנסי, האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן די לאקאלע פאליציי, זאגנדיג אז זיי האבן פארנאכלעסיגט די אויספארשונג ארום דעם עקסידענט. דער עקסידענט האט פאסירט ווען דער פאליציי אפיציר, דזשאנאטאן מאסקערא, האט ווילד געדרייווט און אראפגעקלאפט 2 בחורים, פון וועלכן דער בחור מרדכי טאוויל איז אומגעקומען און דער בחור דוד מאלדענאדא האט געליטן שווערע וואונדן. דער אפיציר מאסקערא איז בלויז מילד באשטראפט געווארן, טראץ וואס ס'איז קלאר געווען פון דער אויספארשונג אז ער האט צוגעברענגט די טראגעדיע. דער טאטע פונעם פארוואונדעטן בחור דוד מאלדענאדא קלאגט דעריבער די פאליציי, פארלאנגענדיג גרוטליכערע אויספארשונגען און שטראפן אויפ'ן פאליציי אפיציר.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל