לאנדאן – נעכטן זונטאג האט די "בריטיש-עירוועיס" לופטליניע טיילווייז אנגעהויבן נאכאמאל דורכצופירן פלי רייזעס פון לאנדאנער לופטפעלדער, נאכדעם וואס אירע קאמפיוטער סיסטעמען זענען פארראכטן געווארן. שבת האט אויסגעבראכן אן אומבאשרייבליכער כאאס אין די היטראו און גאטוויק לופטפעלדער אין לאנדאן, נאכדעם וואס די לופטליניע האט פלוצלינג געמאלדן אז טויזנטער פלי רייזעס זענען אפגעשאפן געווארן, צוליב וואס עס האט זיך געמאכט אן ערנסטער פראבלעם מיט אירע קאמפיוטער סיסטעמען – וואס האט אויך אפעקטירט פאסאזשירן פון בריטיש-עירוועיס איבער דער וועלט. א ווארטזאגער פאר בריטיש עירוועיס האט זיך אנטשולדיגט פאר די טויזנטער אפעקטירטע פאסאזשירן, אבער האט באשטעטיגט אז דער קאמפיוטער פראבלעם איז נישט קיין רעזולטאט פון א סייבער אטאקע, נאר א טעכנישער גליטש.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל