לאנדאן – אין ענגלאנד האט מען געהערט גרויס וואונדער ביים פאלק נאכדעם וואס עס איז באקאנט געווארן אז די אמעריקאנער עף-בי-איי האט פארלאפענעם יאנואר שוין געווארנט די בריטישע שפיאנאזש באאמטע איבערן מאנטשעסטער טעראריסט סאלמאן אבאדי. די עף-בי-איי האט געזאגט פאר די עם-איי-5 שפיאנאזש באאמטע, אז אבאדי פלאנירט א טעראר אטאקע, וואס דאן האט מען געמיינט אז אבאדי'ס פלאן איז אומצוברענגען א הויכראנגיקן פאליטישן פירער אין לאנד. די בריטישע עם-איי-5 שפיאנאזש אגענטן האבן אויסגעפארשט די אינפארמאציע, וואס זיי האבן באקומען פון אמעריקע, אבער נישט טרעפנדיג קיין שום באווייזן אז אבאדי פלאנירט טאקע אן אטאקע, און האבן זיי זיך אפגעלאזט פון האלטן אן אויג אויף אבאדי. די בריטישע אויטאריטעטן האבן דערווייל נישט קאמענטירט איבער'ן דורכפאל פון נישט האלטן קיין נאענט אויג אויף אבאדי'ן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל