בערלין – די דייטשע קאנצלערין, ענגעלע מערקעל, זאגט אז עס האבן זיך אנגעהויבן נייע צייטן אויף אייראפע, און מ'קען זיך מער נישט פארלאזן אויף לאנגיעריגע פריינט ווי אמעריקע. מערקעל זאגט אז זי האט דאס אנערקענט אין די לעצטע פאר טעג, וואס אירע קאמענטארן קומען נאכדעם וואס זי האט זיך געטראפן מיט פרעזידענט טראמפ ביים נאטא סאמיט, וואו טראמפ האט אראפגעריסן נאטא לענדער פאר'ן נישט אריינשטעקן אזויפיל געלט ווי אמעריקע. מערקעל זאגט אז די צייטן פון וויסן אז אמעריקע איז א פריינט פון דער וועלט איז געקומען צו אן ענדע, און זי האט אדרעסירט דעם נייעם פראנצויזישן פרעזידענט, עמאניועל מאקרון, זאגנדיג אז דייטשלאנד שטייט גרייט צו העלפן פראנקרייך מיט וואס נאר מעגליך, און אז עס איז וויכטיג פאר אייראפעאישע לענדער זיך צו האלטן אינאיינעם.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל