וואשינגטאן – גאר שארפע ווערטער האט מען נעכטן געהערט פונעם אמעריקאנער פענטאגאן פירער, דזשעימס מעטיס, וועלכער האט זיך געאייסערט, אז אונטער זיין פירערשאפט האט דאס אמעריקאנער מיליטער אונטערגענומען א נייע סטראטעגיע קעגן אייסיס, וואס צילט נישט איבערצולאזן לעבעדיג קיין איין אייסיס מיטגליד, אזוי אז זיי זאלן נישט קענען אהיימפארן פון סיריע און איראק צוריק צו זייערע היימלענדער און דארטן דורכפירן טעראר אטאקעס.

מעטיס האט אין אן אינטערוויו ארויסגעברענגט, אז ביז יעצט איז אמעריקע'ס צוגאנג געווען צו באמבארדירן אייסיס אין סיריע און איראק אויף א פארנעם זיי זאלן זיך אפטראגן פון די ערטער, וואס מעטיס זאגט אז דאס האט דעם נעגאטיוון אפעקט אז די טעראריסטן אנטלויפן פון דארטן און גייען צו זייערע היימלענדער, אמעריקע און אייראפע, און פירן דורך אטאקעס. "מיר וועלן פארניכטן אייסיס גענצליך ביז'ן גרונט" – האט מעטיס געזאגט, גייענדיג מיט דער פארשפרעכונג וואס פרעזידענט טראמפ האט געמאכט ביים קאמפיין.

ווען מען האט אנגעפרעגט ביי מעטיס, וועלכע זארגן עס האלטן אים וואך ביינאכט און לאזן אים נישט שלאפן, האט ער טרוקענערהייט געענטפערט, "גארנישט. איך שלאף רואיג. איך לאז נישט אנדערע שלאפן", רעפערירנדיג צו א פארשטערקערטע באמבארדירונג קאמפיין וואס איז אונטערגענומען געווארן קעגן אייסיס אין די לעצטערע וואכן. מעטיס האט געזאגט אז אויסער אויפ'ן מיליטערישן פראנט, ארבעט מען אויך אויסצוטריקענען סיי וועלכער פינאנציעלער קוואל פון אייסיס.

גארנישט. איך שלאף רואיג. איך לאז נישט אנדערע שלאפן!




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל