גרויסע דיווידענטן צאלערס
די עפל פירמע האט ארויסגעגעבן איר פינאנציעלע באריכט פאר די לעצטע קווארטאל וועלכע צייגט אז זיי זענען איבערגעשטיגן עקסאן מאָביל אלס די פירמע וועלכע צאלט די העכסטע דיווידענטן פאר אירע אינוועסטירער. זי האט געהעכערט די דיווידענטן מיט פולע 10 פערצענט, צו אזויפיל ווי 13.22 ביליאן דאלער יערליך, וואס באדייט א דיווידענט פון 63 צענט פער שעיר, ארויף פון 57 צענט יעדע שעיר ביז׳ן פאריגן קווארטאל.

דאס קומט א דאנק די מאסיווע סומע פון קעש וואס די פירמע האלט - עס שטייט יעצט ביי 256.8 ביליאן דאלער - וואס ערלויבט זיי צו צאלן די הויכע דיווידענטן, טראץ וואס די פארקויף פון זייערע אפאראטן איז געפאלן גאר שטארק. נאך עפל קומט עקסאן מאביל וועלכע צאלט 12.77 ביליאן דאלער יערליך, און נאכדעם קומט מייקראסאפט וועלכע צאלט $12.05 ביליאן יערליך.

גענומען מיט רשות פון "פיינע נייעס".

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל