ניו יארק טיימס

טראץ וואס אין די לעצטע יארן איז די מידיע אינדוסטריע אין א פיאנציעלע קריזיס צוליב א די נייערע טעכנאלאגיע, וואס ערלויבט פאר מענטשן פרייע צוטריט צו נייעס, איז אבער די סטאקס פון די ״ניו יארק טיימס״ שטארק געשטיגן דעם לעצטן קווארטאל, נאכדעם וואס די פירמע האט באריכטעט א איבעראשנדע פארדינסט פון איבער 13 מיליאן דאלער. דאס באדייט א העכערונג פון 8 צענט פער סטאק, און קומט נאכדעם וואס די פירמע האט אינעם זעלבן קווארטאל פון פאראיאר פארלוירן איבער 8 מיליאן דאלער.

די אבאנאמענטן (סובסקרייבער) איינקונפט אליין אין לעצטן קווארטאל איז געווען 242 מיליאן דאלער, ארויף מיט איבער 11 פערצענט. אין די זעלבע צייט איס די רעקלאמע איינקונפט געפאלן מיט ארום 7 פערצענט, צו 130 מיליאן דאלער. דאס קומט א דאנק וואס די פירמע האט שטארק פארבעסערט איר דיזשיטאלע אויסגאבע, און אזוי אויך זיך איינגעקויפט א גאר גוטע רעפוטאציע אלס א באגלייבטע נייעס קוואל אין לויף פון די לעצטע וואלן. דאס קומט טראץ וואס פרעזידענט טראמפ האט זיי נאכאנאנד באטיטל׳ט אלס א ״דורכגעפאלענע צייטונג״.

גענומען מיט רשות פון "פיינע נייעס".

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל