אייבעריע

א טראגישע אינצידענט האט פאסירט אין די לופטן, ווען א היימישער איד, אן איינוואוינער אין ירושלים, איז אומגעקומען אין לויף פון א פליגער רייזע פון שפאניע קיין מיאמי מיט די ״אייבעריע״ לופטליניע. דער איד האט געגעסן פון די עסן און באלד נאכדעם אנגעהויבן שפירן שלעכט, א זאך וואס האט אויפגעברענגט א פארדאכט אז די עסן איז נישט געווען געזונט פאר אים אדער אז ער האט געהאט א אלערגישע רעאקציע. די לופטליניע זאגט אבער אז א דאקטאר וועלכער איז געווען אויף די פליגער און האט אים באהאנדלט, האט באשטעטיגט אז דער איד האט געליטן פון אן הארץ אטאקע ל״ע. די אינצידענט ווערט ווייטער אויסגעפארשט.

דער פילאט האט ערלויבט פאר די ווייב פונעם נפטר צו מאכן טעלעפאן געשפרעכן פון די פילאט קאבינע צו עסקנים אין ארץ ישראל, וועלכע האבן זיך פארבינדן מיט אמעריקאנער עסקנים וועלכע האבן אפגעווארט פאר די פליגער און איבערגענומען דעם נפטר, מאכנדיג זיכער אז עס פאסירט נישט חלילה קיין בזיון המת.

גענומען מיט רשות פון "פיינע נייעס".

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל