פארשוין וועלכער האט אונטערגעצינדן די אידישע סקול באס
דעטעקטיוון פון די 90'סטע פריסקינט אין ניו יארק, זאגן אז זיי זוכן א פארשוין וועלכער האט אונטערגעצינדן א אידישע סקול באס אין וויליאמסבורג מיט ארום א וואך צוריק, און זאגן אז עס האנדלט זיך ווארשיינליך פון א האסן פארברעכן.

די פייער איז פארגעקומען אויף דיוויזשען עוועניו ביים ווינקל פון בעדפארד, פארגאנגענע אפריל 27 ארום 6:40 אווענט. דער פארשוין האט זיך אריינגעכאפט אינעם באס דורך אן עמערדשענסי טיר און האט אונטערגעצינדן דעם באס און אנטלאפן. פאליציי האט ארויסגעגעבן א מעלעריי פונעם ווארשיינליכן פארברעכער און האט געבעטן הילף פונעם פאבליק אים צו אידענטיפיצירן.

גענומען מיט רשות פון "פיינע נייעס".

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל