ענטאני ווינער
א טאג נאכדעם וואס הילערי קלינטאן האט עפנטליך באשולדיגט דעם עף-בי-איי דירעקטאר אין איר פארלוסט אין די לעצטע וואלן, האט דער עף-בי-איי דירעקטאר דשעימס קאומי צום ערשטן מאל אויפגעדעקט אז די אויספארשונג וואס די עף-בי-איי האט געעפנט קורץ בעפאר די וואלן, איז געווען צוליב דעם וואס קלאסיפיצירטע דאקומענטן זענען אנגעקומען צו ענטאני ווינער, א צווייפלהאפטיגער פאליטיקאנט וואס איז געווען פארהייראט צו הומא אבאדין, די רעכטע הענט פון הילערי קלינטאן.

ער האט געמאכט די באמערקונגען ביי א פארהער אין די איבערזיכט קאמיטע אין קאנגרעס, ווי ער איז געשטעלט געווארן שווערע פראגעס פון קאנגרעסלייט פון ביידע פארטייען. ער האט פארטיידיגט זיין באשלוס צו איינמעלדן קאנגרעס צוויי וואכן פאר די וואלן איבער די פאקט אז די עף-בי-איי קוקט אריין פון פריש אין די אויספארשונג איבער די האנדלונג פון הילערי קלינטאן מיט קלאסיפיצירטע אינפארמאציע, זאגנדיג אז ער האט נישט געהאט קיין אויסוואל. ״איך האב געקענט וועלן צווישן שלעכט און געפערליך״, זאגנדיג אז דאס נישט איינמעלדן קאנגרעס וואלט געווען ערגער.

הילערי קלינטאן האט נעכטן געזאגט, ״אויב די וואלן וואלט אפגעהאלטן געווארן אקטאבער 27, וואלט איך געווען פרעזידענט״. זי האט צוגעלייגט אז די הויפט סיבה פאר איר פארלוסט איז געווען די מעלדונג פון קאומי אז ער עפנט פון פריש די אויספארשונג. פרעזידענט טראמפ האט אויף טוויטער געטריבן שפאס פון קלינטאן, זאגנדיג אז זי זוכט צו טרעפן א ענטפער פארוואס איר קאמפיין איז אזוי מיאוס דורכגעפאלן.

גענומען מיט רשות פון "פיינע נייעס".

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל