Image Alternative Text
א שווערע עקסידענט האט פאסירט אין די שטאט בעלעריקע אין מאסאטשוסעטס, ווען אינמיטן א אויטא פארשטעלונג האט א עס-יו-ווי פארלוירן קאנטראל און אריינגעפארן אין די פארזאמלטע, און דאן אריינגעקראכט אין א וואנט.

די עקסידענט האט פאסירט היינט 10 אזייגער אינדערפרי ביי די ״לינוועי אויטא אוקשען״ וועלכע גיבט זיך אפ מיט פארקויפן גענוצט אויטאס אויף א ליציטאציע. די עס-יו-ווי איז געווען א דזשיפ גרענד טשעראָקי פון יאר 2008. דער דרייווער האט פלוצלינג פארלוירן קאנטראל אויף די ברעיקס. די דזשיפ האט דאן דורכגעריסן דעם וואנט פון די זאל ווי די אקשען קומט פאר. עס זענען אומגעקומען איין מאן און צווי פרויען. עס איז נישט קלאר דערווייל צו דער דרייווער איז צווישן די אומגעקומענע.

גענומען מיט רשות פון "פיינע נייעס".

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל