יונעסקא רעזאלוציע
די מדינת ישראל קאבינעט האט געשטימט צו צוריקהאלטן א מיליאן דאלער אין פאנדינג וואס מדינת ישראל צאלט יערליך פאר די פעלקער פאראיין, נאכדעם וואס די יונייטעד נעישאנס' יונעסקא קערפערשאפט, וועלכער געט זיך אפ מיט פרעזערווירן היסטארישע ערטער, האט דורכגעפירט א רעזאלוציע וואס דערקלערט אז מדינת ישראל האט נישט קיין רעכטן איבער ירושלים און אירע היסטארישע ערטער, און איר באשולדיגט אין פארלעצן אינטערנאציאנאלע געזעצן אין וואס זי רופט ״אקופירטע געביטן״.

די רעזאלוציע איז דורכגעפירט געווארן מיט די שטימען פון 22 לענדער, און 10 האבן געשטימט דערקעגן. נאך 23 האבן זיך צוריקגעהאלטן פון שטימען. צווישן די לענדער וועלכע האבן געשטימט פאר די רעזאלוציע געפונט זיך שוועדן, וועלכע איז די איינציגע אייראפעישע לאנד וועלכע האט געשטיצט די רעזאלוציע, און איר אמבאסאדער אין מדינת ישראל איז היינט גערופן געווארן צום פרעמיער מיניסטער צו פארלאנגען א ערקלערונג דערויף.

גענומען מיט רשות פון "פיינע נייעס".

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל