פעלקער פאראיין ווארנט אז טונא פיש איז אונטער געפאר פון עלימינירונג


די פעלקער פאראיין האט דערקלערט דעם היינטיגן טאג אלס די ״טונא טאג״ צו שאפן אויפמערקזאמקייט איבער די וועלט צו די געפאר וואס הערשט אויף די טונא פיש צוליב אגרעסיווע פאנגעריי.

טונא איז די מערסט פאפולערע פיש איבער די וועלט און מאכט אויס איבער 20 פראצענט פון אלע פישן וואס ווערן געפאנגען. די פיש איז אונטער געפאר פון אונטערגיין צוליב דעם וואס מען פאנגט מער וויפיל טונא עס ווערן געבוירן, ספעציעל אין יאפאן ווי טונא איז א נאנציאנאלע שפייז. פולע פרואוון פון די פעלקער פאראיין צו איינצוימען די פאנג פון טונא איז בלאקירט געווארן דורך יאפאן וועלכע איז שטארק אנגעוויזן אויף די טונא האנדל. די פרייז פון טונא איז דראסטיש געשטיגן, און איז ערווארטעט צו שטייגן נאך אויב ווערט נישט גענומען שריט צו רעדוצירן די געפאר וואס הערשט אויף די טונא באפעלקערונג.

גענומען מיט רשות פון "פיינע נייעס".

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל