פאלעסטינער אויטאריטעט אנטזאגט זיך פון פינאנצירן עלעקטעריק פאר עזה
די לעצטע אמפעריי צווישן די פאלעסטינער גרופעס האט געגרייכט א נייעם שטאפל, ווען די פאלעסטינער אויטאריטעט האט דערקלערט אז זיי וועלן מער נישט פינאנצירן די עלעקטעריציטעט וואס מדינת ישראל שטעלט צו פאר עזה. אזוי אויך אויף פארשידענע אנדערע געברויכן פון די ארטיגע באפעלקערונג וואס די פאלעסטינער אויטאריטעט האט ביז היינט געצאלט. דאס קומט אלס פרואוו צו ברעכן די ארטיגע כאמאס פירערשאפט, אז זיי זאלן קאאפערירן מיט די צענטראלע פירערשאפט אין ראמאלא.

ביז יעצט האט די פאלעסטינער אויטאריטעט געצאלט 11 מיליאן דאלער יעדן מאנאט פאר די עלעקטעריק וואס מדינת ישראל האט צוגעשטעלט, און אצינד האט זי געזאגט פאר מדינת ישראל אז זי וועט עס מער נישט צאלן. מענטשן רעכט גרופעס ווארענען אז דאס אפהאקן די עלעקטעריק פאר עזה קען אריינשטעלן אירע צוויי מיליאן איינוואוינער אין א ערנסטע הומאניטארע קריזיס. די פאלעסטינער אויטאריטעט האט דערווייל איינגעוויליגט צו בלייבן צאלן די עלעקטעריק פאר שפיטעלער.

גענומען מיט רשות פון "פיינע נייעס".

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל