קים דאנג סאק
די רעגירונג אין נארט קארעא האט ארויסגעלייגט א מעלדונג אין וועלכע זיי טוען באשולדיגן דעם אמעריקאנער בירגער וועלכע זיי האבן ארעסטירט דעם אפריל, אין קאנספירירן צו אומווארפן די רעזשים. אין די סטעיטמענט שרייבן זיי ״קים דאנג סאק איז באגאנגען ערנסטע פארברעכן קעגן דעם קארעאר פאלק און פרובירט צו פארשפרייטן פראפאגאנדע קעגן דעם רעזשים״.

סאק דינט אלס לערער אין די אוניווערסיטעט אין פיאנגיענג. ער איז ארעסטירט געווארן אין לופטפעלד אויפ׳ן וועג אהיים. זיין פאמיליע לייקנט אלע באשולדיגונגען קעגן אים, זאגנדיג אז זיי זענען לעכערליך און די ארעסט איז געצילט צו אפטוהן די אמעריקאנער רעגירונג.

סאק איז דער דריטער אמעריקאנער צו דינען א טורמע טערמין אין נארט קארעא. לעצטנס האט א געריכט אין נארט קארעא צוגעטייל 15 יאר טורמע פאר אן אמעריקאנער סטודענט, אויף די באשולדיגונג אז ער האט אראפגענומען א בילד פונעם פירער אין די האטעל ווי ער האט זיך אויפגעהאלטן.

גענומען מיט רשות פון "פיינע נייעס".

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל