דזשערעמי קאָרבין
די בריטישע פרעמיער מיניסטארשע טעריסא מעי האט באשולדיגט די ״ביוראקראטן אין בריסל״ אין פרובירט צו באאיינפלוסן די בעפארשטייענדע וואלן אין ענגלאנד, דורכן ארויסגעבן דראאונגען און שווארצע אויסזיכטן איבער די צוקונפט פון ברעקזיט. זי האט געמאכט די באשולדיגונגען אין די טאג וואס די פארליאמענט איז געווארן אויפגעלעזט, און די וואל סעזאן האט זיך אפיציעל אנגעהויבן. די וואלן וועלן ווערן אפגעהאלטן אין יוני 8.

די אפאזיציע פירער דזשערעמי קאָרבין האט איר באשולדיגט אין ״פארגיפטיגן די לופט״ קעגן אייראפע, און אין אויסנוצן די ברעקזיט פארהאנדלונגען צו אנציען פאליטישע שטיצע. מעי האט אין די רעדע געזאגט אז די אנגעצויגנקייט צווישן בריטאניע און אייראפע צייגט ווי שווער די פארהאנדלונגען וועלן זיין, און זי האט צוגעזאגט צו זיין ״א שווערע און שטייפע פארהאנדלערין״ ביים פארהאנדלונגס טיש.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל