מוכאמעד אבאס מיט דאנעלד טראמפ
דער פרעזידענט פון די פאלעסטינער אויטאריטעט מוכאמאד אבאס האט היינט אפגעשטאט א אפיציעלע באזוך אין ווייסן הויז. ער איז ווארעם אויפגענומען געווארן דורך פרעזידענט טראמפ, וואס האט אים געלאדענט אויף א אפיעציעלע לאנטש. לויט די סטעיטמענט פון ווייסן הויז, וועט ער מיט אים דיסקוטירן די מעגליכקייט פון א שלום אפמאך צווישן די פאלעסטינער און מדינת ישראל.

טראמפ וועט באזוכן אין די ענדע פון דעם מאנאט אין מדינת ישראל, און זוכט צו ברענגען אן ענדע צו דעם לאנגיעריגן קאנפליקט צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער. דאס איז זיין ערשטע מיטינג מיט׳ן פאלעסטינער פירער. דאס קומט אין א צייט וואס אבאס איז שטארק אומפאפולער צווישן די פאלעסטינער באפעלקערונג, און עס הערשט אן אנטוישונג איבער זיין צוגאנג. ווי עס זעהט אויס וועט דער 82 יעריגער פירער אין גיכן דארפן ערזעצט ווערן.

פולע פאלעסטינער פירער האבן באגריסט די פרואוון פון טראמפ צו ברענגען א אפמאך, אזוי אויך פולע אראבישע פירער. צווישן די פאלעסטינער הערשט א אפטימיזם אז טראמפ וועט באווייזן צו ברענגען א דורכברוך.



גענומען מיט רשות פון "פיינע נייעס".

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל