קעימברידש גלאבעל

די פירמע פליטקאר האט געמאלדן אז זיי וועלן אפקויפן די פירמע ״קעימברידש גלאבעל״ פאר די אסטראנאמישע סומע פון 675 מיליאן דאלער.

די פירמע קעימברידש גלאבעל איז א אינטערנעט ביזנעס וועלכע ערלויבט צו אריבערפירן פינאנציעלע טראנזאקציעס אויף א זיכערע פארנעם, וואס רופט זיך ״בי-טו-בי״ [ביזנעס טו ביזנעס] טראנזאקציעס. פליטקאר איז א פירמע וואס פארפיגט אויף פילע אויל פירמעס איבער די וועלט. די קעימברידש גלאבעל פירמע באלאנגט פאר צוויי נגידים און תומכי תורה, רבי יעקב פעלדמאן וועלכער איז א שטיצער פאר וויזשניץ מאנסי, און רבי בנציון הייטנער, א מקורב לבית באבוב.

רבי יעקב פעלדמאן און רבי בנציון הייטנער
גענומען מיט רשות פון "פיינע נייעס".

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל