זעהט די אינטערנאַציאָנאַלע ספעיס סטאנציע פון אייער פענסטער!

פאר אפאר טאג, אנגעהויבן פון מארגן, גייט מען קענען זעהן יעדען פארטאגס דעם "אינטערנאציאנאלן ספעיס סטאנציע" אריבערפליען העכער ברוקלין. 


די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע (ISS) קרייזט ארום די וועלט יעדע 90 מינוט, און יעדע מאל העכער אן אנדערע שטח. מ'קען עס זעהן מיט די נאקעטע אויגן פארטאגס אדער פארנאכטס, ווייל דעמאלטס שיינט נאך די זון אויף די סטאנציע אבער די הימל איז שוין טינקעלער, אזוי אז ס'שטארט ארויס.

די ספעיס סטאנציע גייט מארגן ארויפקומען אויפן האריזאנט אום 5:02:59 פארטאגס, און אונטערגיין פון די האריזאנט אום 5:08:21.

די אינטערנאַציאָנאַלע ספעיס סטאנציע


קרעדיט: זאכליך אייוועלט

1 תגובות

פרסום תגובה

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל