כאַסאַן רוכאַני (Hassan Rouhani), דער איראַנער פרעזידענט וועלכער לויפט יעצט פאַר ווידערוויילונג, האָט אין אַ קאמפיין רעדע געזאָגט אַז איראַן זוכט צו אָנקניפּן בעסערע באַציאונגען מיט די יעצטיגע אַמעריקאַנער רעגירונג, און ער פּערזענליך זוכט צו האָבן אַ דיאַלאָג מיט׳ן אַמעריקאַנער פּרעזידענט דאָנעלד טראָמפּ, און אזוי אַרום צו פאַרשנעלערן דאָס אַראָפּנעמען די סאַנקציעס פון איראַן.

די באַציאונגען צווישן אַמעריקע און איראַן זענען גענצליך אָפּגעהאַקט געוואָרן נאָך די איסלאַמישע רעוואָלוציע אין 1979, אָבער אין די לעצטע יאָרן זינט פּרעזידענט אָבאַמאַ האָט אויסגעאַרבעט דעם נוקלעאַרן אָפּמאַך, זענען די באַציאונגען צווישן די צוויי לענדער נענטער געוואָרן. אבער זינט פּרעזידענט טראָמפּ איז ערוועלט געוואָרן, איז די רעטאָריק צווישן די לענדער צוריק צום אלטן, און איבערהויפט נאָכדעם וואָס פּרעזידעט טראָמפּ האָט עפנטליך געשטיצט דאָס אַנולירן דעם נוקלעאַרן אָפּמאַך.

מיט עטליכע וואָכן צוריק, האָט די אַדמיניסטראַציע באַשטעטיגט אַז איראַן קומט נאָך איר טייל אינעם אָפּמאַך. זינט דאַן האָט טראָמפּ זיך צוריקגעהאַלטן פון עפנטליך שטיצן דאָס אויפלעזן דעם אָפּמאַך. עס בלייבט איבער צו זעהן אויב טראָמפּ וועט שליסן אַ שלום אָפּמאַך צווישן איראַן און אַמעריקע.

מוכאַמאַד ראָוחאַני

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל