פולע לענדער איבער די וועלט האָבן שאַרף קריטיקירט און פאַרדאַמט נאָרט קאָרעאַ איבער די מיסיל פּראָבע וואָס זי האט נעכטן דורכגעפירט אויף אַ באַליסטישע מיסיל וועלכע קען טראָגן אַ נוקלעאַרע שפיץ, אָבער דאָסמאָל האָט אויך רוסלאַנד - וועלכע האַלט אָן פריינטליכע באַציאונגען מיט נאָרט קאָרעאַ - זיך אָנגעשלאָסן אין די אינטערנאַציאַנאַלע געמיינדע און פאַרדאַמט די פראָוואַקאַטיווע שריט פון נאָרט קארעא.

רוסלאַנד האָט אָבער געוואָרנט אַמעריקע און די וועלט פון זיך ״רייצן״ מיט די נאָרט קאָרעאַ רעזשים, און האָט באַשולדיגט אַמעריקע און פראָוואַקירן די רעזשים צו דורכפירן די פּראָבעס. די באַמערקונגען זענען געמאַכט געוואָרן דורך פרעזידעט פּוטין וועלכע געפונט זיך יעצט אויף אַ באַזוך אין כינע. ער האָט געזאָגט אַז די וועלט איז שולדיג אין די שריט פון נאָרט קאָרעאַ וויבאַלד מען טוט זיי נאָכאַנאַנד אָפּשרעקן און סטראַשען.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל