אַ פליגער קראַך נעבן די טיטערבאָראָ לופטפעלד אין ניו יאָרק האָט איבערגעלאָזט דעם פּילאָט און דעם קאָ-פּילאָט טויט.

די קראַך האָט פּאַסירט ווען דער קליינער לעאַרדזשעט 35 (Learjet 35) פליגער - וועלכע איז געקומען פון פילאַדעלפיע - האָט זיך געגרייט צום לאַנדען, די פליגער האָט אַראָפּגעקראַכט אין אַ רעזידענציאַלע געגענט אַרום אַ פערטל מייל פון דעם לופטפעלד און איז באַלד אַרויף אין פלאַמען, און דערביי אויך אונטערגעצינדן נאָך צוויי דערנעבנדיגע אינדוסטריאַלע געביידעס, אויסשפייענדיג צונגען פלאַמען און געדעכטע רויעך וועלכע איז געזען געוואָרן ווייט. די אַרבייטער אין די ביידע געביידעס האָבן פאַרלאָזט דאָס פלאַץ בלויז 15 מינוט פריער, און אזוי אַרום איז פאַרמיטן געוואָרן אַ פול גרעסערע טראַגעדיע.







קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל