האָרסט מאַהלער (Horst Mahler), אַן 81 יעריגער דיישטער נעאָ-נאַצי און האָלאָקאָוסט-לייקענער איז געכאַפט און אַרעסטירט געוואָרן אין אונגאַרן וויאַהין ער איז אַנטלאָפן נאָכ׳ן אויסשטיין אַרעסט אין דייטשלאנד. מאַהלער האָט אַ שוואַרצע פאַרגאַנגענהייט. ער האָט אָנגעהויבן זיין שמוציגע ״קאַריערע״ אַלס מיטגליד אין די עקסטרעם-לינקע טעראָר גרופע ״באַדער-מיינהאף״ (Baader-Meinhof) און איז געווען אַ ראַדיקאַלער געשוואוירענער קאָמוניסט, און איז אַרעסטירט געוואָרן אין די 70ער יאָרן איבער טעראָר קלאַגעס.

נאָכ׳ן אַרויסקומען פון טורמע, איז ער אַריבער אַ דראַסטישע טויש. פון אַ לינקער קאָמוניסט איז ער געוואָרן אַ וויסטער פאַשיסט און נאַצי סימפּאַטיקער. ער האָט אָנגעהויבן פאַרשפרייטן זיינע אָנשויאונגען איבער די האָלאָקאָוסט, און געלייקנט אז עס האָט געצילט אידן. ער איז ענדליך ווידער אַרעסטירט געוואָרן אין 2003, דאָסמאָל איבער שטיצן טעראָר, נאָכ׳ן אויסלויבן די סעפטעמבער 11 אַטאַקעס. מיט 2 יאָר צוריק איז ער צייטווייליג באַפרייט געוואָרן צוליב געזונט אורזאַכן, אָבער האָט אויסגענוצט די געלעגנהייט צו אַנטלויפן קיין אונגאַרן.

ער האָט געשריבן אַ עפנטליכע בריוו צום אונגאַרישן פרעמיער מיניסטער אין וועלכע ער שרייבט אַז ער שטייט אויס ״פּאָליטישע רדיפות״ אין דייטשלאַנד און פאַרלאַנגט אַזיל רעכטן, אָבער היינט האָבן די ארטיגע פּאָליציי געלייגט אַ האַנט אויף אים, און ער וועט וואַרשיינליך צוריקגעשיקט ווערן קיין דייטשלאַנד.

האָרסט מאַהלער
האָרסט מאַהלער


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל