סטוארט דשאָונס
סטוארט דשאָונס

די סטעיט דעפאַרטמענט האָט היינט אַרויסגעלייגט אַ דעטאַלירטע דיסקריפציע איבער די ברוטאַליטעטן און סיסטעמאַטישע מערדערייען וואָס קומען פאָר פאַרשלייערט אין געהיימניס אונטער די ווענט פון די טרויעריגע באַרימטע סירישע טורמעס. עס זאָגט אַז צענדליגע טויזנטער פּאָליטישע אַרעסטאַנטן ווערן ערמאָרדעט אויף דעם סיסטעם און זייערע קערפער ווערן פאַרניכטעט אָן איבערלאָזן קיין שפּורן.

לויט די באַריכט ווערן אַזויפיל ווי 50 אַרעסטאַנטן אומגעברענג טאָג-טעגליך אין די גרויזאַמע טורמע ״סעידנאַיאַ״ (Saydnaya) וועלכע געפונט זיך אַרום 20 מייל פון די הויפטשטאָט דמשק, און דאָס גייט שוין אָן אַזוי זינט 2012 אין פולסטן געהיימניס.

די באַריכט איז געשריבן געוואָרן דורך סטוארט דשאָונס (Stuart Jones), דער הויפט דיפּלאָמאַט אין די סטעיט דעפּאַרטמענט איבער׳ן מיטל מזרח, און ער באַשולדיגט אַז די גרוילטאַטן ווערן אָפּגעטוהן מיט די פולסטע שטיצע פון איראַן און רוסלאַנד וועלכע געבן אַ פּלייצע צו די מערדערישע רעזשים.

לויט די באַריכט האָט די רעגירונג אויפעשטעלט קרעמאָטאָריום׳ס צו גענצליך פאַרניכטן די קערפּער אַז עס זאָל נישט בלייבן קיינע באַווייזן צו די מערדערייען, און די באַריכט צייגט לופט בילדער פון די טורמע אין וועלכע מען זעהט קרעמאָטאָריום׳ס.

די סעידנאַיאַ טורמע
די סעידנאַיאַ טורמע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל