עטליכע טעג נאָכדעם וואָס פּרעזידענט טראָמפּ איז געוואָרן איינגעשוואוירן אין אַמט, איז אַרויפגעשווימען אַ באַריכט וועלכע איז געקומען פון אַ בריטישע שפיאָן, וועלכער האָט געוויסט צו זאָגן אַז די רוסן האָבן געהאַלטן אינפאָרמאַציע וועלכע קען שטאַרק פאַרשעמען טראָמפּ, און אַז דאָס איז אָנגעבליך די מאָטיוו פון די רוסן מיטן אַרבייטן צו ערוויילן טראָמפּ, וויבאַלד זיי קענען אים קאָנטראָלירן דורכן ״סטראַשען״ מיט די אינפאָרמאַציע. די באַריכט איז געוואָרן אָפּגעלייקנט דורךן פּרעזידענט, און ווערט געגלייבט צו זיין אומבאַגרונדעט.

נעכטן איז די סי-ען-ען אַרויסגעקומען מיט אַן ענליכע געשיכטע, דאָסמאָל באַזירט אויף אַמעריקאַנער שפּיאָנאַזש וועלכע האָבן אויפגעכאַפט שמועסן פון רוסישע שפיאָנאַזש באַאַמטע וועלכע האָבן זיך געגרויסט אַז זיי האָבן אינפאָרמאַציע וועלכע קען פאַרפּלאָנטערן דעם פּרעזידענט. די אינפאָרמאַציע קומט פון צוויי געוועזענע שפּיאָנאַזש באַאַמטע און אַ קאָנגרעסמאַן. די שפּיאָנאַזש געמיינדע האָט דאָס שוין אויפגעכאַפט דורכאויס דעם קאַמפּיין.

די אינפאָרמאַציע איז געווען אַרום פינאַנציעלע אויפדעקונגען וועלכע וואָלט געווען אין קעגנזאַץ מיטן קאַנדידאט׳ס עפנטליכע סטעיטמענטס, און זיי האָבן געגלייבט אַז זיי קענען האָבן אן איינפלוס אויפן פּרעזידענטליכן קאַנדידאט אויב ווייסט ער אַז זיי קענען עס פאַרעפנטליכן. דער פּרעזידענט האָט רעאַגירט אויף טוויטער ״די רוסישע באַאַמטע מוזן לאַכן פון די דעמאָקראַטן וועלכע זוכן יעדן טאָג נייע תירוצים אויף זייער שרעקליכע דורכפאַל״.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל