די לעגיסלאַטיווע פליגעל פון די טעקסאַס רעפּרעזענטיווע הויז האָט נעכטן אָפּגעהאַלטן די לעצטע סעסיע פונעם סעזאָן, און אויפן טיש איז געליגן אַ געזעץ וועלכע וואָלט אַוועקענומען די לעגאַלע רעכט פון שטעט צו דינען אַלס ״סאַנקטואַרי סיטיס״ וואָס באַדייט ערי מקלט פאַר אומלעגאַלע אימיגראַנטן. די דעבאַטע אַרום דעם איז גאָר היציג, ספּעציעל אין אַ סטעיט ווי טעקסאַס וואָס פאַרמאָגט אַ ריזיגע געמיינדע פון אימיגראַנטן, און אויך אַ גרויסע געמיינדע פון ווייסע אַמעריקאַנער וועלכע זענען נישט קיין גרויסע אימיגראַנטן ליבהאָבער.

הונדערטער פּראָטעסטירער האָבן זיך פאַרזאַמלט אינעווייניג פון די געביידע צו פּראָטעסטירן קעגן דעם געזעץ וואָס איז אונטערגעשריבן געוואָרן דורכן גאָווערנאָר גרעג אַבאָט. אַ גאָר היציגע מאָמענט איז געווען ווען די פאָרזיצער פון די סעסיע האָט געמאָלדן אַז ער האָט גערופן די אימיגראַציע פּאָליציי צו די געביידע נאָכדעם וואָס עטליכע פּראָטעסטירער האָבן געהאַלטן שילדן וועלכע האָט זיך געליינט אַז זיי זענען שטאָלצע אומלעגאַלע אימיגראַנטן, נאָכדעם וואָס ער האָט דאָס געזאָגט איז ער געקומען אונטער פיזישע אַטאַקע פון דעמאָקראַטישע געזעצגעבער, און אַ טאָטאַלע כאַאָס האָט אויסגעבראָכן אינעם זאַל.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל