אַריינקומענדיג אין אַמט האָט פּרעזידענט טראָמפּ עטליכע מאָל געזאָגט אַז ער זוכט נישט צו באַקומען די טעגליכע שפּיאָנאַזש בריפינג אזוי ווי עס איז טראָדיציאַנאַל איינגעפירט, ״איך בין אַ קלוגע מענטש; עס איז גענוג איין מאל אַ וואָך פאַר מיר צו כאַפן די סיטואַציע״, האָט ער געזאָגט פאַר ׳פאַקס ניוז׳, און נאָך ענליכע אויסדרוקן וועלכע האָבן געצייגט זיין צינישע באַציאונג צו שפּיאָנאַזש אינפאָרמאַציע, ספּעציעל נאָכדעם וואָס באַאַמטע אין די סי-איי-עי האָבן געלאָזט אַרויסרינען אינפאָרמאַציע קעגן אים.

אָבער אַ פרישע באַריכט אין די ״וואַשינגטאן פאוסט״ זאָגט אַז דער פּרעזידענט איז אַריבער אַ גרויסע ענדערונג זינט ער איז אַריינגעקומען אין אַמט, און אין די לעצטע וואָכן נעמט ער גאָר ערנסט זיינע טעגליכע שפּיאָנאַזש בריפינגס. ער פאַרלאנגט אַז די אָנפירער פון אַלע אָפּטיילונגען אין די שפּיאָנאַזש געמיינדע זאָלן אנוועזנד זיין, און ער טוט דורכטוהן אַלע אינפאָרמאַציע גאָר ערנסט און וויל וויסן מער און מער איינצלהייטן.

די ׳וואַשינגטאן פאוסט׳ האָט אָפּגעהאַלטן געשפּרעכן מיט די פירער פון די סי-איי-עי און נאָך שפּיאָנאַזש אַגענטורן, און ווי עס שטעלט זיך אַרויס האָט דער פּרעזידענט איינגעפעדימט אַ שטרענגע רוטין פון טעגליכע שפּיאָנאַזש בריפיניגס, יעדן טאָג אַרום 10:30 לאַנדעט אויפן פּרעזידענט'ס טיש אַ הויפן פון פּאַפּירן מיט אַ קען פון דייעט קאָלע, און דער פּרעזידעט פאַרטיפט זיך אין די אינפאָרמאַציע.

דער הויפּט פון די סי-איי-עי האָט געזאָגט אז דער פּרעזידענט פאַרלאנגט צו זעהן מאַפּעס, צייכעונגען, ווידיאָס, און אַלע רעלעוואַנטע שפּיאָנאַזש פאַר ער מאַכט אַ באַשלוס. ״ער מאַכט שנעלע אָבער גרונטליכע באַשלוסן״ האָט ער צוגעלייגט. דער הויפּט פון די נאַציאַנאַלע שפּיאָנאַזש אַגענטור האָט געזאָגט ״טראָמפּ איז אַריינגעקומען אין אַמט מיט די מיינונג אַז ער וועט זיך קאָנצעטרירן בלויז אויף פּראָבלעמען אין אַמעריקע זעלבסט, אָבער ער האָט געטוישט זיין מיינונג און זעהט זיך שוין אַלס גלאָבאַלער פירער״.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל