אייסיס האָט גענומען פאַראַנטוואָרטליכקייט אויף אַ טויטליכע זעלבסמאָרד אַטאַקע וואָס איז פאָרגעקומען דעם פאַרלאָפענעם נאַכט אין באַגדאַד, אין אַ ׳אייס-קריעם׳ געשעפט. אַן אַטאַקע וועלכע האָט איבערגעלאָזט אַמווייניגסטנס 31 טויטע און פולע פאַרוואונדעטע. די געשעפט איז געווען פול מיט פאַמיליעס וועלכע זענען געקומען אויספאַסטן נאָכן פאַסטן אַ גאַנצן טאָג צוליב ׳ראַמאַדאַן׳ וועלכע ווערט אָפּגעהיטן דעם חודש דורך מוסלעמענער.

די אַטאַקע איז בלויז איינע פון 3 מאַסיווע אַטאַקעס וואָס איז דורכגעפירט געוואָרן דורך אייסיס אין די לעצטע טעג, נאָך אַן אַטאַקע אין אַ רעגירונג וואוינונג האָט אומגעברענגט 14 און פאַרוואונדעט נאָך 37, און אַן אַטאַקע אין די קאראדע געגענט נעכטן האָט איבערגעלאָזט אַרום 25 פאַרוואונדעטע. אין די אַטאַקע אויף די אייזקרעם געשעפט זענען אַ גרויסע טייל פון די קרבנות געווען קליינע קינדער.

דאָס קומט אין די זעלבע צייט וואָס אייסיס פאַרלירט אירע לעצטע טעריטאָריע אין איראַק, און די איראַקער קרעפטן מאַכן פאָרשריט אין מאַסול. אייסיס איז אַנטשלאָסן צו אָנזייען ווי מער טעראָר צו צייגן אַז זיי גייען נאָכנישט נישט אונטער.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל