דער ניי ערוויילטער פּרעזידענט פון סאוט מאָן דזשי-אין האָט געמאָלדן אַז ער וועט עפענען אַן אויספאָרשונג וויאַזוי עס האָט געקענט פּאַסירן אַז אַמעריקע האָט אַריינגעברענגט פיר נייע מיסיל אַרויסשיסער - אַלס טייל פון די מיסיל שוץ פּראָגראַם - אָן דעם וואָס זיין רעגירונג איז אינפאָרמירט געוואָרן. מאָן האָט שוין דורכאויס זיין קאַמפּיין קריטיקירט אַז אַמעריקע טוט נישט רעספּעקטירן גענונג די זעלבסשטענדיגקייט פון סאוט קאָרעא, און איז געווען אויפגעברויזט אויף דעם וואָס אַמעריקע האָט זיך געאיילט צו באַשטעטיגן די מיסיל סיסטעם פאַר די וואַלן, צו פאַרזיכערן אַז דער קומענדיגער פּרעזידענט זאָל עס נישט קענען אַנולירן.

דער פּרעזידענט האָט דורכאויס זיין קאַמפּיין גערופן פאַר אַ פּאַרליאַמענטאַרע איבערזיכט אויף די גאַנצע פּראָגראַם. ער איז ביי די מיינונג אַז די מיסיל שוץ איז נישט אַזוי נויטיג פאַר סאוט קאָרעא, און עס טוט אָנמאַכן דיפּלאָמאַטישע שאָדן מיט דעם וואָס עס ברויזט אויף כינע, און טוט פּראָוואַקירן נאָרט קאָרעא. אַצינד האָט ער אַנטפּלעקט אַז די פּראָגראַם גייט ווייטער אָן, אָן דעם וואָס די רעגירונג ווערט געהעריג אינפאָרמירט, און ער האָט געמאָלדן אַז ער איז ״שאָקירט״ אַז 4 מיסיל אַרויסשיסער זענען געוואָרן אַריינגעברענגט אין לאַנד אָן זיין אויטאָריזאַציע. דער פּרעזידענט זאָגט אַז ער וועט דורכפירן אַ גרונטליכע אויספאָרשונג דערין.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל